FIND A PALLIATIVE CARE SERVICE

?װאָס איז די פּאַליאַטיװע באַדינונג

די פּאַליאַטיװע באַדינונג העלפֿט די װעלכע לײַדן פֿון
לעבנס־געפֿערלעכע קרענק צו האָבן דאָס בעסטע
מעגלעכע לעבנס־נחת. יעדער אײנער מעג דאָס נוצן – פֿון
יעדן עלטער, פֿון יעדער ראַסע, קולטור, הינטערגרונד אָדער
רעליגיע, און מערסטן־טײל איז די באַדינונג פֿרײַ.
כאָטש עס װענדט זיך אין אײַערע באַדערפֿענישן, קען די
פּאַליאַטיװע באַדינונג אַרומנענען׃
מעדיצינען און אַנדערע טעראַפּיעס צו פֿאַרמינערן •
װײטיקן און צו ספּראַװען זיך מיט סימפּטאָמען
אונטערשטיצן אײַער משפּחה •
הילף און מאַשינעריע כּדי אײַך זאָל זײַן באַקװעם צו •
װױנען בײַ זיך אין דער הײם אױב מעגלעך
העלפֿן באַדינען אײַערע גײַסטלעכע, רעליגיעזע אָדער •
קולטורעלע באַדערפֿענישן
רעגלמעסיקע װיזיטן פֿון געזונט־אַרבעטערס און •
אַנדערע באַדינערס

אױב איר װילט האָבן די פּאַליאַטיװע באַדינונג, מעגט איר
רעדן װעגן אײַערע פּערזענלעכע באַדערפֿענישן, פֿרעגן
פֿראַגעס און בעטן װאָס איר דאַרפֿט כּדי צו באַקומען די
.בעסטע מעגלעכע באַדינונג

אַז מע באַנוצט זיך מיט דער פּאַליאַטיװער באַדינונג,
קאָנטראָלירט איר און אײַער משפּחה אַלע באַשלוסן װעגן
.אײַער געזונט, באַדינונג און װױלזײַן

די פּאַליאַטיװע באַדינונג מײנט נישט אַז דאָס איז דער סוף

איר מעגט זיך באַנוצן מיט דער פּאַליאַטיװער באַדינונג צו
יעדער צײַט, נישט נאָר בײַם סוף פֿונעם לעבן. דאָס באַנוצן
זיך מיט דער פּאַליאַטיװער באַדינונג מײנט נישט אַז עס איז
ניטאָ קײן האָפֿענונג פֿאַר אײַך, אַז איר האָט אױפֿגעגעבן די
האָפֿענונג אָדער אַז אײַער משפּחה גײט עס ניט אָן. מע מעג
באַקומען קור־קורסן גלײַכצײַטיק מיט דער פּאַליאַטיװער
.באַדינונג

עס קען זײַן אַז איר װעט מעגן נוצן קאָמפּלעמענטאַרע
טעראַפּיעס אָדער טראַדיציאָנעלע מעדיצינען

?װער גיט די פּאַליאַטיװע באַדינונג

אײַער אײגענער דאָקטאָר קען אײַך געבן פּאַליאַטיװע
באַדינונג, אָדער ספּעציאַליסט־ דאָקטױרים און קראַנקן־
שװעסטער; פֿיזיאָטעראַפּיסטן; רעליגיעזע אָדער גײַסלעכע
.עצה־געבערס און אַנדערע

?װוּ קען איך באַקומען די באַדינונג

דאָס װענדט זיך אין אײַערע באַדערפֿענישן און אַנדערע
פֿאַקטאָרן. איר קען באַדינט װערן בײַ זיך אין דער הײם,
אין שפּיטאָל, אין האָספּיץ אָדער אין אַ צװײטער באַדינונג־
אינסטיטוציע. געװײנטלעך באַקומט מען די באַדינונג
אַ קורצע צײַט אין שפּיטאָל אָדער האָספּיץ צו לינדערן
סימפּטאָנען און װײטיקן כּדי מע זאָל קענען אַהײמגײן אױב
.מעגלעך

?װאָס איז מיט דער משפּחה

די פּאַליאַטיװע באַדינונג העלפֿט אײַער משפּחה בעת זײ
גיבן אַכטונג אױף אײַך. דאָס קען אַרײַננעמען׃
הילף מיט דאָקטױרים און אַנדערע באַשטעלונגען •
הילף כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז איר האָט די ריכטיקע •
מעדיצינען און באַדינונג
אונטערשטיצונג פֿאַר זײערע באַדערפֿענישן •
אָפּרו •
הילף צו אָרגאָניזירן פֿינאַנסיעלע און לעגאַלע •
אונטערשטיצונג
אונטערשטיצונג און עצות נאָך די אַרבעט־שעהען •

?װעל איך מוזן באַצאָלן

מערסטע באַדינונגען זײַנען פֿרײַ אָבער קאָסטן פֿאַר
מאַשינעריע אָדער מעדיצינען זײַנען אַ מאָל פֿאַראַן. פֿרעגט
זיך נאָך בײַ אײַער באַדינער כּדי צו דערװיסן זיך אױב קאָסטן
.זײנַען פאַֿראַן

?װאָס געשעט טאָמער װיל איך רעדן אַ שפּראַך אױסער ענגליש

אױב עס איז אײַך לײַכטער צו רעדן די אײגענע שפּראַך, לאָזט
װיסן אײַער פּאַליאַטיװע באַדינונג־דינסט. מערסטע קענען
.אָרגאָניזירן אַן איבערזעצער אָן קאָסטן פאַֿר אײךַ